זיצונג צווישן טראמפ און קים יאנג אן איז מעגליך
וואשינגטאן – אין א פרישן אינטערוויו האט פרעזידענט טראמפ געזאגט, אז ער וואלט זיך געטראפן מיט'ן צפון קארעא פירער קים יאנג אן, און עס וואלט אים געווען "א כבוד" זיך צו טרעפן מיט אים, אבער אזא זיצונג וועט מוזן פארקומען אונטער די פאסיגע אומשטענדן.

ער האט דערמיט ווארשיינליך געמיינט צו זאגן, אז ס'וועט דארפן זיין נאכדעם וואס צפון קארעא וועט שוין האבן מסכים געווען צו אן אפמאך אפצושטעלן זייערע נוקלעארע אקטיוויטעטן.

טראמפ'ס אויסדרוק פון וויליגקייט זיך צו טרעפן מיט'ן צפון קארעא דיקטאטור איז געקומען איין טאג נאכדעם וואס ער האט געזאגט אז ווען מען באטראכט דעם קים יאנג אן, מוז מען רעספעקטירן דער פאקט אז ער איז געווען ווייניגער ווי 30 יאר אלט ווען ער האט איבערגענומען דעם רעזשים פון זיין טאטן, און דערווייל פירט ער עס גאנץ געשמירט, דארפנדיג האנדלען מיט גענעראלן און אנדערע שווערע סיטואציעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל