כאמאס גרייט פאר ווייכערע רעטאריק


עזה – א דאקומענט וועלכע איז נעכטן ארויסגערונען צו עטליכע אראבישע נייעס אגענטורן אינעם מיטל מזרח צייגט, אז די כאמאס טעראר ארגאניזאציע איז גרייט אויפצוהערן מיט זייערע ווילדע רעטאריק קעגן מדינת ישראל און א סעריע אנדערע שריט, מיט'ן ציל צו געווינען די צוטרוי און נאענטשאפט פון ספעציפישע אראבישע לענדער.

לויט די באריכטן איז דער דאקומענט צוזאמגעשטעלט געווארן דורך כאמאס שלוחים און עגיפטישע דיפלאמאטן, און עס זאגט אז כאמאס וועט מער נישט אפיציעל רופן פאר דער דעסטרוקציע פון מדינת ישראל און וועט אויך אויפהערן איר פריינטשאפט מיט דער "מוסולמענער ברודערשאפט" ארגאניזאציע.

כאמאס וויל שטארק נאענט ווערן מיט עגיפטן, סאודי אראביע און אנדערע איינפלוסרייכע אראבישע לענדער, אבער זייער עקסטרעמער צוגאנג קעגן מדינת ישראל איז פראבלעמאטיש פאר די לענדער, און זייער פריינטשאפט מיט די מוסולמענער ברודערשאפט איז אויך א בלאקאדע, ווייל א מערהייט אראבישע לענדער באטראכטן די ברודערשאפט ארגאניזאציע אלס א טעראר גרופע.

כאמאס וויל דערמיט אויך פרובירן צו מאכן שלום מיט'ן פאלעסטינער פאטאח פירער, מוכאמעד אבאס, וועלכער איז אט אויפ'ן וועג קיין וואשינגטאן פאר דער זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל