סעאל – ווי שוין געמאלדן פאריגע וואך, קומען היינט דינסטאג ארויס די בירגער אין דרום קארעא אפצוגעבן זייערע שטימען אין היסטארישע און זעלטענע פרעזידענט וואלן, וואס וועט האפנטליך ענדיגן לאנגע מאנאטן וואס די ארטיגע רעגירונג איז געשטאנען אן קיין פרעזידענט, נאכדעם וואס די אמטירנדע פרעזידענטקע, פארק דזשין-היי, איז געווען געצוואונגען אפצוטרעטן פון אמט נאכ'ן ווערן אימפיטשט צוליב א קארופציע סקאנדאל.

דער אויסגאנג פון די היינטיגע פרעזידענט וואלן אין דרום קארעא וועט דעצידירן דעם צוקונפט פונעם גלאבאלן קאמף קעגן דער קאמוניסטישער צפון קארעא, וויבאלד דער הויפט קאנדידאט וועלכער איז דערווארט צו געווינען די וואלן, דער ליבעראלער מון דזשאי-אין, האט פארשפראכן צו ברענגען אן ענדע צו דער אנגעצויגנקייט צווישן דרום און צפון, און זיך צו דערנענטערן צום רעזשים פון קים יאנג אן, וואס אויב דאס וועט פאסירן, וועט עס באדייטן אז אמעריקע פארלירט א קריטישן אליאירטן אינעם קאמף קעגן צפון.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל