ניו יארק – באאמטע אינערהאלב דער ניו יארק סטעיט פאליציי דעפארטמענט זענען ארויסגעקומען מיט א ביטע, אז ווער עס האט סיי וועלכע אינפארמאציע וואס וועט פירן צו אן ארעסט איבער דעם וואנדאליזם אויף א בית החיים אין אפסטעיט ניו יארק, זאל זיך וואס שנעלער ווענדן צו די אויטאריטעטן.
די אנטיסעמיטישע וואנדאליזם אטאקע האט פאסירט אין די טעג פון עשרת ימי תשובה תשע"ז אויפ'ן בית החיים פון אידישן קאנגרעגעישאן בית שלום אין ווארוויק, ניו יארק אין אראנדזש קאונטי, וואו פארשוינען האבן אנגעפירקלט האקנקרייצן, עס-עס סימבאלן און פרא-היטלער לאזונגען אויף דער וואנט ארום דעם בית החיים. יעצט מיט זעקס מאנאטן שפעטער האבן די אויטאריטעטן נאך אלץ נישט באוויזן צו כאפן די שולדיגע, און זיי בעטן הילף פונעם פובליק.
די "דזשואיש פעדערעישאן אוו אראנדזש קאונטי" האט ארויסגעשטעלט א צען טויזנט דאלערדיגן באלוינונג פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צו אן ארעסט.

הוסף רשומת תגובה