מאנהעטן – לאקאלע פאליטישאנס אין ברוקלין האבן אונטערגענומען א קאמפיין צו לייגן דרוק אויף די שטאטישע אויטאריטעטן, מ'זאל אראפנעמען אן איינגעקריצטן געדענקמאל וואס פיגורירט אויף א טראטואר אין מאנהעטן אין עהרע פון א פראנצויזישן מיליטערישן באאמטן, וועלכער איז אויך געווען באקאנט אלס א קאלאבארירער מיט די נאצישע קרעפטן בשעת דאס דייטשע מיליטער האט אקופירט פראנקרייך ביים צווייטן וועלט קריג.

דער פראנצויזישער באאמטער איז מארשאל הענרי פיליפ פעטעין (Philippe Pétain), וועלכער האט ביים צווייטן וועלט קריג קאלאבארירט מיט די נאציס ימ"ש און געשטאנען אין שפיץ פון דעם ווישי רעזשים, וואו פעטעין האט פארארדענט די ארעסטן פון טויזנטער אידן וועלכע זענען דערנאך אפגעפירט געווארן צו די טויט לאגערן.

די לאקאלע סיטי פאליטישאנס זאגן, אז ס'איז פארשטענדליך אז דער נאמען פון אזא פיגור באלאנגט נישט אויף אן עהרן-געדענקמאל אין ניו יארק, און פארלאנגען פון די טראנספארטאציע דעפארטמענט דאס אפצומעקן.

Philippe Pétain (en civil, autour de 1930).jpg
פיליפ פעטעין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל