וואשינגטאן – עטליכע דעמאקראטישע סענאטארן האבן געגעבן אנצוהערן, אז לויט ווי ס'זעט אויס, וועט נאך דויערן לאנגע מאנאטן ביז די רעפובליקאנער אינעם סענאט וועלן באווייזן דורכצופירן א ביל אפצושאפן אבאמאקעיר.

ווי די דעמאקראטן זאגן, וועלן די רעפובליקאנער אין סענאט ווארשיינליך נישט באשטעטיגן קאנגרעס'ס ווערסיע, נאר וועלן ארבעטן אויף זייער אייגענעם ביל, וואס אזוי האט מען שוין אויך געהערט פון די פירנדע פיגורן פון די רעפובליקאנער אינעם סענאט. אזא אייגענער ביל וועט דויערן זייער לאנג צוזאמצושטעלן, און אפילו נאכדעם וואס דער סענאט וועט עס דורכפירן, וועט עס דארפן צוריקגעשיקט ווערן צום קאנגרעס פאר אן אפשטימונג, און ס'איז מעגליך אז ס'וועט נישט פאסן פאר די רעפובליקאנער אין קאנגרעס צו באשטעטיגן די ווערסיע פונעם סענאט, צוליב די לאנגיעריגע אנגייענדיגע עגא-קאמף צווישן די צוויי קאנגרעסיאנאלע הייזער.

די דעמאקראטן האפן אז דער קאמף וועט זיך פארציען כאטש ביז נאך די 18' מידטוירם וואלן, וואס דאן וועלן די דעמאקראטן קענען אנצייגן אויפן כאאס אינערהאלב דער רעפובליקאנער פארטיי, און דורך דעם געווינען פרישע זיצן.

דעמאקראטן: אבאמאקעיר- אפשאפונג וועט נאך דויערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל