טעקסאס – מען האט נעכטן געהערט גרויס אויפברויז און פארדאמונג איבער דעם וואס דער רעפובליקאנער גאווערנאר, גרעג עבאט, האט אונטערגעשריבן א געזעץ וואס פארבאט סיי וועלכע סיטי אין טעקסאס זיך צו דערקלערן אלס א "סענקטשוערי סיטי", וואס באשיצט אומלעגאלע אימיגראנטן, און דאס נייע געזעץ פאדערט פון געזעץ-אינפארסירונג קרעפטן און דעפארטמענטס איבער דער גאנצער סטעיט פולקאם צו קאאפערירן מיט דער פעדעראלער רעגירונג'ס נייע שטרענגע אנטי-אומלעגאלע אימיגראציע געזעצן, וואס פרעזידענט טראמפ האט אריינגעשטעלט אין קראפט. דאס געזעץ זאגט אויך אז פאליציי אפיצירן איבער דער גאנצער סטעיט זענען לעגאל ערלויבט צו פרעגן סיי וועמען איבער זייער אימיגראציע סטאטוס, אפילו אזעלכע וועמען זיי שטעלן סתם אפ פאר א טראפיק פארלעצונג.

דעמאקראטישע מעיארס איבער דער סטעיט האבן אראפגעריסן דאס נייע געזעץ אלס אומאויסגעהאלטן און דיסקרימינאטיוו קעגן מינאריטעטן איינוואוינער אין דער סטעיט.

גרעג עבאט שרייבט אונטער אנטי סאנקטוארי שטאט געזעץ
גרעג עבאט שרייבט אונטער אנטי סאנקטוארי שטאט געזעץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל