וואשינגטאן – די פעדעראלע אינערן דעפארטמענט און די פעדעראלע ענווייראמענטאלע פראטעקשאן דעפארטמענט האבן נעכטן געמאלדן א מאסיווע אויפשאקלונג פון שטאב, ווען זיי האבן ארויסגעווארפן צענדליגער דרויסנדיגע ראטגעבער און וויסנשאפטליכע וועלכע העלפן מאכן פאליסי באשלוסן באזירט אויף סייענטיפישע קלימאט שטודיעס.

דער שריט איז באטראכט געווארן ווי נאך א רינגעלע אינעם קייט פון טראמפ אדמיניסטראציע'ס פארשפרעכונגען צו שניידן די גרויסקייט פון דער רעגירונג און אויך אפצושטעלן די ביז יעצטיגע פאליסיס פון דער אבאמא אדמיניסטראציע, וועלכע איז געווען שטארק פארגלייבט אין "גלאבאלע ווארעמונג". ביידע דערמאנטע דעפארטמענטס האבן געזאגט אז די דרויסנדיגע ראטגעבער זענען געווען איבריג, און האבן אפטמאל סתם רעקאמענדירט נאך און נאך רעגולאציעס, וואס די אלע נייע רעגולאציעס האבן געשטערט און בלאקירט אמעריקאנער ביזנעסער פון וואקסן.

די פעדעראלע ענווייראמענטאלע פראטעקשאן דעפארטמענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל