קאליפארניע – מארקעט עקספערטן האבן אנגעצייגט אז די דורכשניטליכע פרייז פון א גאלאן גאזאלין איז געפאלן מיט 5 צענט איבער'ן לאנד אין די לעצטע 2 וואכן, צו א דורכשניט פון 2.41 א גאלאן.

עקספערטן זאגן אז דאס קומט וויבאלד קרוד אויל קאסט ביליגער אויפ'ן מארקעט, און אויך ווייל ס'איז דא גאר אסאך גאזאלין סופליי, וואס ברענגט אז די פרייזן זאלן פאלן ווען די סופליי איז העכער ווי דער פארלאנג.

דער דורכשניטליכער פרייז פון א גאלאן גאזאלין איז נאך אלץ מיט 14 צענט העכער ווי עס איז געווען פאראיאר אזא צייט. אין סאן פראנציסקא איז יעצט די העכסטע מיט די גאזאלין פרייזן ביי 3 דאלער און 2 צענט פער גאלאן, און אין טולסא, אקלעהאמע איז עס די ביליגסטע, ביי 2 דאלער און 2 צענט פער גאלאן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל