מאנהעטן – א פעדעראלער ריכטער אין מאנהעטן האט נעכטן געאורטיילט, אז דער פראצעס פונעם טעראריסט אכמעד ראכאמי, וועלכער האט פאראיאר סעפטעמבער אויפגעריסן א פרעשור-קוקער באמבע אינעם טשעלסי געגנט פון מאנהעטן, פארוואונדענדיג דרייסיג, וועט פארקומען אין ניו יארק.

ראכאמי און זיינע לאיערס האבן געוואלט אז דער ריכטער זאל אורטיילן אז דער פראצעס קען גערוקט ווערן צו אן אנדערע סטעיט, א שטייגער ווי ווערמאנט אדער וואשינגטאן, מיט די טענות אז די ניו יארקער מידיא האט געמאכט אזא סענזאציע מיט דער טעראר אטאקע, אזוי ווייט אז א דזשורי וואס וועט זיך צוזאמזעצן אין ניו יארק סיטי וועט נישט קענען זיין יושר'דיג צו ראכאמי'ן. אבער דער ריכטער האט אפגעווארפן ראכאמי'ס טענות, זאגנדיג אז ניו יארקער בירגער קענען זיין זייער יושר'דיג.

דאס קומט א וואך נאכדעם וואס ראכאמי האט פארלוירן זיין פארזוך ארויסצורוקן דעם פראצעס וואס ער שטייט אויס אין ניו דזשערסי (איבער'ן פרובירן דערמארדן פאליציי אפיצירן בעפאר זיין ארעסט), ווען א ריכטער האט געאורטיילט אז יענער פראצעס וועט פארבלייבן אין ניו דזשערסי.

טעראריסט אכמעד ראכאמי
טעראריסט אכמעד ראכאמי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל