וואשינגטאן – אמעריקאנער וואס זוכן צו באקומען א געלע פיבער וואקסין איידער זיי רייזן קיין אויסלאנד, וועלן האבן שוועריקייטן, צוליב א מאנגל וואס איז געשאפן געווארן.

 דער מאנגל האט פאסירט נאכדעם וואס די "סאנאפי פאסטוער" פירמע, וואס ערצייגט דעם וואקסין, האט אויפגעהערט ערצייגן די וואקסינען אין איר פאבריק אין פענסילוועניע, צוליב מאשינעריי פראבלעמען אין פאבריק, און די אמעריקאנער פראדוקציע ווערט יעצט אריבערגעפירט צו א נייעם פאבריק וואס זי בויעט, וואס וועט זיך ערשט עפענען אין 18'. דאס האט געשאפן א גלאבאלן מאנגל פונעם וואקסין, און די באאמטע פונעם צענטער פאר דעזיז קאנטראל האבן געווארנט, אז די סופלייען וועלן גענצליך אויסלויפן קומענדיגן מאנאט.

מען פרובירט יעצט אריינצוברענגען פרישע וואקסינען פון אויסלאנד, אבער זיי וועלן נאר זיין צובאקומען ביי 250 פון די 4,000 אמעריקאנער קליניקס וואס געבן די שאטס.

סאנאפי פאסטוער געלע פיבער וואקסין
סאנאפי פאסטוער געלע פיבער וואקסין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל