מון דזשאי-אין, אַ מענטשן-רעכט אַקטיוויסט וואָס זוכט נאָענטשאַפט מיט צפון קאָרעא, איז דערקלערט געווארן אלס די געווינער אין די היינטיגע דרום קאָרעא פרעזידענטליכע וואַלן.

זיין זיג וועט צוריקשטעלן די ליבעראלע אין מאכט נאך צען יאהר פון פאליטישע פארלוירענקייט, און וועט אויפשטעלן א פּאָטענציאַלע שפּאַלט מיט אמעריקע איבער צפון קאָרעא'ס נוקעלארע וואפן פראגראם.

"איך וועל זיין די פרעזידענט פאר אלע מענטשן", האט מון געזאגט אין א רעדע צו פארזאמעלטע שטיצערס אין סעאָול, די הויפטשטאט. ער האט געזאגט אז ער וועט צוזאמארבייטן מיט די קעגענערישע פראקציעס, צו אהערשטעלן א לאנד וואס "גערעכטיקייט הערשט און שכל געווינט."

מון איז געלאפן פאראויס מיט א באקוועמע גאלאפ ביי די ענדע פונעם טאג (לאקאל), כאטש וואס די אפיציעלע רעזולטאַטן ווערט נישט ערווארטעט ביז מיטוואך.

די שטימען ברענגט צו א ענדע א נאַציאָנאַלע דראַמע, אריינגערעכנט א קאָרופּציע סקאַנדאַל, מאסן פראטעסטן און די אימפיטשמענט וואס האט ארויסגעצווינגען א דרום קאָרעא פרעזידענט פון אמט די ערשטע מאל אין כּמעט 60 יאהר, לאזענדיג די קאנסערוואטיווע עסטאבלישמענט צושאקלט און איר פירער אין טורמע.

מון דזשאי-אין געווינט וואַלן אין די דרום קאָרעא

דאס איז אן אויסשליסליכע באריכט געשריבן עקסקלוסיוו פאר די אידישע נייעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל