א נאָרוועגישע פּאָליטישע פּאַרטיי שטיצט א איניציאַטיוו צו פאַרבאָטן ברית מילה פאר קינדער אונטער 16, טענה'נדיג אז עס נעמט צו די רעכטן פונעם קינד צו באשליסן.

די נאָרוועגישע פּראָגרעס פּאַרטיי האט געשטימט צו שטיצן א געזעץ וואס וועט פארבאטן ברית מילה פאר קינדער אונטער 16, אַזוי אַרום פארבאטענדיג די אידישע מצוה פון ברית מילה ביי די אכט טאג.

די פּראָגרעס פּאַרטיי איז די לאנד'ס דריט-גרעסטע פּאָליטישע פּאַרטיי מיט 29 פון די 169 זיצן אין די פּאַרליאַמענט, אין א שטארקע קאָאַליציע-שותף אין פּריים מיניסטער ערנאַ סאָלבערג'ס רעגירונג.

די אידישע קהילות זענען אויפגעקאכט. "זיי מוזן וויסן אז זיי וועלן נישט באקומען קיין רוב שטימען אין די פּאַרליאַמענט", האט געזאגט ערווין קאָהן, פירער פון די "נאָרוועגישע אידישע קאמיוניטי". "עס קוקט ענדערש אויס ווי זיי ווילן נאר שיקן א מעסעדזש אז [די אידן] זענען נישט וועלקאם אין לאנד!"

בילד: ערווין קאָהן
ערווין קאָהן, פירער פון די "נאָרוועגישע אידישע קאמיוניטי"

דאס איז אן אויסשליסליכע באריכט געשריבן עקסקלוסיוו פאר די אידישע נייעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל