מאסקווע – דאס רוסישע מיליטער האט געשיקט דריי שווער באוואפנטע מיליטערישע שיפן גאר נאענט צום נאטא לאנד לאטוויע, וואס קומט אלס דירעקטע סטראשע פון וולאדימיר פוטין צו נאטא, אז ער איז גרייט פאר א מיליטערישן קאמף.

די 3 רוסישע שיפן זענען אויפגעכאפט געווארן שווימענדיג בלויז 4 מייל אפגערוקט פון לאטוויער טעריטאריע, אבער די שיפן האבן בלויז פארברענגט אפאר מינוט און זענען תיכף אוועקגעפארן.

דאס קומט פונקט אין דער זעלבער צייט וואס די אמעריקאנער מיליטערישע שיף "יו עס עס קארני" איז אנגעקומען אינעם באלטישן ים נעבן לאטוויע, טראגנדיג קרוז מיסילס אויף זיך, און געציילטע וואכן נאכדעם וואס עטליכע קאלטע קריג היסטאריקער און עקספערטן האבן ארויסגעגעבן א שארפע ווארענונג, אז לאטוויע וועט זיין דאס ארט וואו די דריטע וועלט קריג וועט אויסברעכן, ווען רוסלאנד וועט פרובירן צו אינוואדירן לאטוויע, און אמעריקע וועט זיך אריינמישן עס אפצושטעלן, און דאן וועלן סיריע און איראן זיך אריינמישן און זיך אננעמען פאר רוסלאנד.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל