לאנדאן – די גרעסטע גלאבאלע בענק אין לאנדאן האבן געמאלדן פלענער ארויסצונעמען ארום 9 טויזנט דזשאבס פון ענגלאנד אין די קומענדיגע צוויי יאר, וואס ווי עקספערטן זאגן איז דאס א דירעקטער רעזולטאט פונעם ברעקזיט, און איז בלויז דער אנהייב פון עטליכע פיינפולע יארן פון מאסיווע דזשאבס פארלוסטן וואס דערווארטן ענגלאנד, ווי נאר דער ברעקזיט וועט טאקע זיין א רעאליטעט.

צווישן די בענק וועלכע האבן געמאלדן אז זיי וועלן ארויסנעמען דזשאבס פון ענגלאנד זענען: "דזשעי פי מארגען" און "גאלדמאן סאקס", און די ליסטע פון בענק וועלכע האבן שוין געגעבן אנצוהערן אז זיי וועלן זוכן צו שניידן פון זייערע פאזיציעס אין ענגלאנד, און דאס רוקן אנשטאט צו אנדערע אייראפעאישע לענדער, האלט שוין ביי דרייצן. דאס קומט וויבאלד די גרויסע בענק ווילן זיך נישט טרעפן אפגעריסן פון די גלאבאלע אייראפעאישע האנדלס מארקעטס, וואס דערווייל ווייסט מען נאכנישט צי ענגלאנד וועט טאקע זיין סוקסעספול אין אנהאלטן די האנדלס פארבינדונגען מיט אייראפע ווי נאר דער ברעקזיט איז פארטיג.

Image result for breaxit

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל