דאס ווייסע הויז איז שטארק אויפגעברויזט אויף די רוסן, און טוען זיי באשולדיגן מיט׳ן פארנארן דאס ווייסע הויז, נאכדעם וואס זיי האבן פארשפרייט פאטאגראפן אין וועלכע מען זעהט דעם פרעזידענט פארברענגען מיט׳ן רוסישן אמבאסאדער סערגעי קיזליאק, טראץ וואס דאס ווייסע הויז האט נישט געלאזט די רוסישע פאטאגראפירער ארויסגעבן דאס בילד.

דאס קומט נאכדעם וואס דאס ווייסע הויז האט די וואך - ביים באזוך פון סערגעי לעווראוו - נישט אריינגעלאזט קיין פאטאגראפירער אין אוועל אפיס, אבער האט געמאכט א אויסנאם פאר רוסישע פאטאגראפירער אז זיי זאלן קענען פאטאגראפירן דעם פרעזידענט מיט׳ן רוסישן אויסערן מיניסטער, אבער זיי האבן אנשטאט אויך געכאפט דעם פרעזידעט מיט׳ן רוסישן אמבאסאדער.

דער רוסישער אמבאסאדער איז אונטער אויספארשונג, און ער ווערט פארדעכטיגט אין שפילן א ראלע אין די רוסישע אינטערווענץ אין די וואלן, און די פאקט אז ער האט באזוכט אין ווייסן הויז איז אומבאקוועם פאר די טראמפ אדמינסטראציע.

אין אנדערע נייעס האבן פארשידענע זיכערהייט עקספערטן און געוועזענע רעגירונג איינגעשטעלטע אויסגעדריקט וואונדער אויף די באשלוס פון ווייסן הויז צו אריינלאזן די רוסישע פאטאגראפירער מיט זייערע געצייג, זאגנדיג אז דאס איז א ערנסטע זיכערהייטס געפאר, און זיי קענען מעגליך אונטערשטעלן שפיאנאזש מיטלן, און באריכטן זאגן אז די סיקרעט סערוויס איז געווען אומצופרידן דערמיט. הילערי קלינטאן האט זיך באצויגן צו די אינצידענט און געשריבן אויף טוויטער ״אויב מען ווייסט נישט וואס טוט זיך, וועלן מענטשן ווי פוטין דיך אויפעסן די מיטאג״.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל