בלויז 36% אַמעריקאַנער האָבן אויסגעדריקט צופרידנהייט פונעם פרעזידענט׳ס אַרבייט, אַ רעקאָרד נידריגע ציפער פאַר אַ פרעזידענט אזוי פרי אין זיין ערשטן טערמין. ארום 6 פון יעדע צען וויילער האָבן געזאגט אז זיי זענען אומצופרידן פון אים און איבער זיין האנדלונג. אזוי צייגט א פרישע קוויניפיקס אנקעטע.

די אנקעטע וועלכע ברעכט די רעקארד פאר סיי וועלכע פרעזידענט אין די צייט פון די טערמין, איז גענומען געווארן פון מאי 4 ביז מאי 9, נאך פאר עס האט אויסגעבראכן די נייעס איבער דאס ארויסווארפן קאומי. עס איז לאזט זיך גלייבן אז די ציפער זענען נאך מער געפאלן נאך זינט דאן.

א ענליכע אנקעטע פון גאלאפ צייגט אביסל בעסערע ציפערן, מיט 38% וועלכע זענען צופרידן, און ארום 55% וועלכע זענען אומצופרידן, אבער צייגט אויך אז בלויז 33% אמעריקאנער האלטן אז ער איז א באגלייבטער מענטש, פול שוואכער ווי זיינע ציפערן אלס קאנדידאט. אויך איז ער געפאלן ווען עס קומט צו עקאנאמיע, ווי בלויז 40% האבן געזאגט אז ער מאכט א גוטע ארבייט, ווייניגער ווי די פריערדיגע אנקעטעס.

די אנקעטע צייגט אויך אז ער פארלירט שטיצע צווישן זיין אייגענע באזע, און פולע פון זיינע וויילער זענען אנטוישט פון אים, אז ער קען נישט אויספירן זיינע צוזאגן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל