דער פרעזידענט האָט היינט אינערפרי געכאַפט אַ טוויטער-צוזאַמענברוך און האָט אין א רייע טוויטס געשאָסן אויף אלע זייטן, קעגן די פרעסע און קעגן דער אָפּגעזאָגטער דירעקטאָר קאָומי. ער האט אים געסטראַשעט אַז ער זאָל נישט רעדן צו די מידיא. דער פרעזידענט האָט אויך אָנגעדייטעט אַז ער זאָל האָבן רעקאָרדירט זייער שמועסן, און אים געוואָרנט קעגן אַרויסגעבן דעטאַלן פאַר די פרעסע, און טאָמער יאָ, וועט ער אַרויסגעבן די טעיפס.

דאָס קומט נאָכדעם וואָס פרישע באַריכטן צייגן אַז טראָמפּ האָט שוין געוואָלט אויפזאָגן דזשעימס קאָומי פון זיין פּאָזיציע פאַר אַ לאַנגע צייט, אָבער ער האָט ענדגילטיג באַשלאָסן אַז ער גייט עס טאָן, נאָכדעם וואָס קאָומי האָט נישט געוואָלט אויספאָלגן אַ פאַרלאנג פון טראָמפּ וועלכער האָט זיך געטראָפן מיט אים פאָריגע וואָך מיטוואָך פאַר'ן פאַרהער אין סענאַט איבער'ן קלינטאן אימעיל אויספאָרשונג, און איבער רוסלאַנד. טראָמפּ האָט פאַרלאַנגט אַז קאָומי זאָל ווייזן פאַר׳ן פרעזידענט פון פאָראויס פון די סענאַט אויפטריט פונקטליך וואָס ער גייט דאָרטן זאָגן, אָבער קאָומי האָט געזאָגט פאַר די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע אַז עס איז נישט לעגאַל אויסגעהאַלטן אַז ער זאָל זיי ווייזן וואָס ער גייט זאָגן. דאָס האָט שטאַרק אויפגעברויזט טראָמפּ, און הערשט דאַן האָט ער געבעטן פונעם אטוירני דזשענעראַל דזשעף סעשאָנס אָפּצושרייבן אַ דאָקומענט מיט לעגאַלע סיבות פאַרוואָס אויפצוזאגן קאָומי.

אַזוי אויך טוט די ניו יאָרק טיימס אויפדעקן אַ שמועס וועלכע דער פרעזידענט האָט געהאַט מיט׳ן דירעקטאָר אַ וואָך נאָך זיין איינשווערונג אין וועלכע ער האָט געפרעגט דעם דירעקטאָר אויב ער וועט זיין ״געטריי״ צו אים, אויף וועלכע דער דירעקטאָר האָט געענטפערט אז ער וועט זיין ״יושר׳דיג״ צום אים, אַ ענטפער וועלכע האָט נישט געשמעקט פאַר׳ן פרעזידענט.

דער פרעזידענט האָט אין די טוויטס געסטראַשעט אויך די מידיא, אַז ער וועט אָפּשטעלן די טעגליכע בריפינגס וואָס ווערן אָפּגעהאַלטן אין ווייסן הויז, וויבאַלד די פרעסע טוט פאַרדרייען זיינע ווערטער. אויך וויבאלד די ״וואָרטזאָגערס״ קענען נישט פונקטליך איבערזאָגן וואָס ער טוט, און דעריבער וועט ער מעגליך אַריבערגיין צו אַ סיסטעם פון געבן געשריבענע סטעיטמענטס פאַר די מידיא אַז זיי זאָלן עס נישט קענען פאַרדרייען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל