
דער רבי שליט״א איז אַרויסגעפארן דינסטאָג פון ארץ ישראל קיין גאַליציע, ווי ער האָט זיך משטתח געווען אויף קברי אבותיו הק׳, און מיטוואָך איז דער רבי שליט״א אָנגעקומען קיין לאָנדאָן, און טויזנטער חסידים זענען אריבער שלום נעמען.
די תּפילות און טישן דעם שבת ווערן אָפגעראָכטן אין אַ ריזיגע שאַטער וועלכע איז אַויפגעשטעלט געוואָרן פאַר דעם צוועק אין הויף פון די ״יסודי התורה״ מוסדות, און מוצאי שבת וועט ווערן אָפּגעראָכטן אַ גרויסע מעמד הדלקה לכבוד ל״ג בעומר.
זונטאָג וועט דער רבי שליט״א באַשיינען די מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם פּראַכטפולן בנין פון די תלמוד תורה מחזיקי הדת בעלזא, און דערנאָך פאַרבלייבן עטליכע טעג אין שטאָט צו אויפנעמען חסידים לעצה ולברכה.
הוסף רשומת תגובה