די פולע אָרגאַניזאַציעס וועלכע פירן אָן מיט די פעולות אין מירון, גרייטן זיך אָן העפטיג צו אַנפאַנגען די טויזנטער עולים וועלכע זענען ערוואַרטעט צו שטראָמען שוין אָנגעהויבן פון פרייטאָג ווען טויזנטער געסט וועלן קומען צו פאַרוויילן דעם שבת אין אתרא קדישא מירון סמוך ונראה צום חצר הרשב״י.

אין מירון זענען אויפגעשטעלט געוואָרן צענדליגע שאַטערס אויסגעלייגט מיט בעטן. אזוי אויך דירות מיט צענדליגע בעטן וועלכע זענען פאַרדינגען געוואָרן. אַלעס אינאיינעם ווערט געשאַצט אַז אַרום צען טויזנט אידן וועלן זיך אויפהאַלטן אין מירון אַליין, און נאָך צענליגע טויזנטער אידן אין צפת און אין די אומגעגענט.

די אָרגאַניזאַציעס וועלכע שטעלן צו דאס עסן, אַרבייטן שוין לאַנגע וואָכן צו אַהערשטעלן צענדליגע טויזנטער פּאָרציעס עסן פאַר שבת, און איבערבייס פאַר ל״ג בעומר אַליין ווען הונדערטער טויזנטער זענען ערוואַרטעט צו אַרויפקומען קיין מירון.

מוצאי שבת וועט זיך אָנהייבן די פייערונגען ווען כ״ק אדמו״ר מבאיאַן שליט״א וועט אָנצינדן די צענטראלע הדלקה אזוי ווי די מנהג און מסורת מבית רוזשין, און דאַן וועט זיין ריקודים של מצוה ביז צומאָרגנס.

דאָס יאָר איז אויך אזוי ווי די לעצטע יארן געווארן אַהערגעשטעלט מקוואות, און צימערן צום דאַווענען און שיעורי תורה.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל