די סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעלייגט א באלוינונג פון צען מיליאן דאלער פאר אינפארמאציע וואס וועט ברענגען צו די ארעסט פון דעם טעראריסט און פירער פון די דשאבהעט אל-נוסרא גרופע אין סיריע אבו מוכאמאד אל-דשולאני, און דערמיט געעפנט א דירעקטע פראנט קעגן די ארגאניזאציע וועלכע האט זיך אפגעטיילט פון אל-קאידע, און פרובירט זיך צו אהערשטעלן אלס לעגיטימע רעבעלן גרופע אין סיריע, אבער אמעריקע טוט איר באטראכטן אלס טעראר ארגאניזאציע. אל-דשולאני איז אין זיינע דרייסיגער יארן און לעבט אין באהעלטעניש, ער ווערט געגלייבט צו האבן שטארקע איינפלוס אויך אויף אנדערע רעבעלן גרופעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל