די טערקישע רעגירונג גרייט זיך אין די טעג צו פארפולקאמען א פלאן צו בויען א מאסיווע מויער אויף די גרעניץ צווישן טערקיי און איראן, א גרעניץ וועלכע לויפט 70 קילאמעטער, און איז אין א געגענט וועלכע איז שטארק באוואוינט מיט קורדן, די קורדן לעבן אויף ביידע זייטן פון די גרעניץ, און די מויער וועט אפהאקן די פארבינדונגען צווישן זיי.

דאס קומט נאכדעם וואס פולע פון די קורדישע רעבעלן וועלכע רעוואלטירן קעגן די טערקישע רעגירונג טוען - לויט די רעגירונג - באקומען שטיצע פון די קורדן אין איראן, און טערקיי האפט אז די גרעניץ וועט פארמינערן די אטאקעס וואס די קורדן פירן דורך קעגן די רעגירונג און די זיכערהייטס קרעפטן. א ענליכע מויער האט שוין טערקיי געבויט ביי איר גרעניץ מיט סיריע, און עס האט דראסטישע פארבעסערט די זיכערהייט סיטואציעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל