וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט שבת פארשפראכן אז ער וועט אין די גאר נאנטע טעג מעלדן וועמען ער נעמט אלס נייעם עף-בי-איי דירעקטאר, צו ערזעצן דזשעימס קאומי, וועמען ער האט ארויסגעווארפן פון אמט פאריגע וואך דינסטאג פארנאכטס - זאגנדיג אז ער וועט מעגליך שוין האבן געשטעלט א נייעם דירעקטאר בעפאר די וואך פרייטאג ווען ער וועט ארויספליען פון וואשינגטאן פאר זיין ערשטע אויסלענדישע רייזע. טראמפ׳ס קאמענטארן זענען געקומען אויפן עירפארס-וואן פליגער, זייענדיג אויפן וועג קיין ווירדזשיניע וואו ער האט אויפגעטרעטן מיט א רעדע פאר פופציג טויזנט פארזאמלטע, אבער ביי די רעדע האט ער נישט דערמאנט א ווארט איבער קאומי אדער איבער די גאנצע קאנטראווערסיע וואס זיין אויפזאגונג.

ווייסע הויז קוועלער האבן געזאגט אז עס זענען דא א ליסטע פון 11 נעמען וועמען טראמפ קלערט צו נעמען פאר די פאזיציע, אריינגערעכנט דער יעצטיגער צייטווייליגער דירעקטאר ענדרו מעקעיב. אנדערע אויף די ליסטע זענען רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן קארנין, קאנגרעסמאן מייק ראדזשערס וועלכער האט ביז נישט לאנג צוריק געדינט אלס עף-בי-איי אגענט און פעדעראלער דיסטריקט ריכטער הענרי האדסאן, וועמען אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט שוין אינטערוויוט פאר׳ן דזשאב. דעמאקראטן האבן אראפגעריסן טראמפ פאר׳ן באטראכטן די מעגליכקייט פון נעמען פאליטישאנס פאר די פאזיציע, זאגנדיג אז עס קומט נישט אז א פאליטישאן זאל דינען אלס עף-בי-איי דירעקטאר.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל