מערב ברעג - נעכטן זענען פארגעקומען זעלטענע וואלן ביי די פאלעסטינער, וואו עס איז געווען ערווארטעט אז נאנט צו א מיליאן פאלעסטינער זאלן ארויסקומען אפגעבן זייערע שטימען אין לאקאלע מוניציפאלע קאונסיל וואלן לענגאויס 145 דיסטריקטס אינעם מערב ברעג, אבער אין עזה זענען די וואלן באיקאטירט געווארן - אן אנטוויקלונג וואס האט פריש פארשארפט די אנגעצויגנקייט צווישן די פאלעסטינער אויטאריטעט, וועלכע ווערט געפירט דורך פאטאח, און די כאמאס ארגאניזאציע.

דאס לעצטע מאל וואס אזעלכע לאקאלע וואלן זענען פארגעקומען איז געווען אין 06׳, און דאן האט כאמאס אפגעהאלטן אן איבערראשנדע זיג און איז געקומען צו דער מאכט אין עזה, וואס האט געפירט צו א פאלעסטינער בירגער קריג אין 07׳ און נאכאנאנדע אומרוען אין עזה. פאטאח באשולדיגט כאמאס פאר׳ן באיקאטירן די יעצטיגע וואלן, אבער כאמאס זאגט אז פאטאח האט דירעקט סאבאטאזשירט אירע פרואוון אנטיילצונעמען אין די יעצטיגע וואלן, נישט וועלנדיג אז כאמאס זאל אויסברייטערן איר מאכט.

Image result for GAZA BOYCOTTING ELECTIONS\


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל