פּיאנגיענג - א ווארטזאגער פאר די קאמוניסטישע רעזשים אין צפון קארעא האט געזאגט אז זיי זענען גרייט זיך אראפצוזעצן פאר דירעקטע געשפרעכן מיט אמעריקע, אויב די סיטואציע וועט זיין רייף און פאסיג דערפאר. די קאמענטארן זענען אבער געווען אין דירעקטע קאנטראסט מיט אירע שריט, ווען זי האט שבת נאכאמאל דורכגעפירט א פרישע מיסיל טעסט.

לויט באאמטע אין דרום קארעא און יאפאן, איז דער טעסט געווען אויף א באליסטישע מיסיל, וועלכע איז געפלויגן ארום זיבן הונדערט קילאמעטער ווייט פאר דרייסיג מינוט, בעפאר עס האט געלאנדעט אינעם ״יאפאן ים״, וואס עס זעהט אויס אז ס׳איז געווען א סוקסעס. אבזערווירער האבן געזאגט אז דער פרישער מיסיל טעסט איז מעגליך א פראבע וואס צפון קארעא וויל דורכפירן אויפן נייעם ליבעראלן דרום קארעא פירער מון זשאי-אין, וועלכער האט געזאגט אז ער וויל נאנטער ווערן מיט צפון.






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל