איטאליע – צענדליגער קברים אין א אידישן בית החיים אין רוים זענען אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד און צובראכן געווארן, אין אן ערנסטע אנטיסעמיטישע וואנדאליזם אטאקע.

די אטאקע האט פאסירט אינעם אידישן חלקה פון די אלגעמיינע וועראנא בית הקברות, און עס איז אנטדעקט געווארן פרייטאג אינדערפרי ביי אן ארבעטער וועלכער האט דורכגעפירט זיין רוטינע אונטערזוכונג לענגאויס דעם גאנצן בית הקברות. אלעס אינאיינעם זענען זיבעציג מציבות געשעדיגט געווארן און די מענעדזשמענט האט איבערגעגעבן די סורוועילענס קאמערעס פאר די לאקאלע פאליציי, וועלכע האבן אויסגעדרוקט האפענונג צו ארעסטירן די שולדיגע וואס שנעלער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל