ניו דזשערסי – א פארשוין אין ניו דזשערסי וועלכער האט זיך זעלבסט דערקלערט אלס א נאצי, האט באקומען ערלויבעניש פון די אויטאריטעטן צו טוישן זיין נאמען צו היטלער.

דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס איזידאר היעט קעמפבעל (Isidore Heath Campbell), און ער האט שוין אפאר וואכן צוריק אריינגעגעבן א פארלאנג צו די ניו דזשערסי געזונטהייט אויטאריטעטן צו טוישן זיין נאמען, וואס איז געקומען אפאר חדשים נאכדעם וואס ער האט געוואלט קלאגן א בעקערי ווועלכע האט נישט געוואלט נאכגעבן זיין פארלאנג צו דעקארירן א קעיק פאר זיין קינד וועלכער הייסט אדאלף היטלער. די סטעיט באאמטע האבן קודם געהאט פארארדענט אז קעמפבעל זאל דורכגיין גייסטישע אונטערזוכונגען, אבער ער האט דאס אנטזאגט, זאגנדיג אז זיין טעראפיסט איז א איד.

איזידאר היעט קעמפבעל
איזידאר היעט קעמפבעל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל