וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט דערווייל נישט באוויזן אפצושטילן די קאנטראווערסיע און שטורעם ארום די אויפזאגונג פון דזשעימס קאומי, ווען טראמפ האט פרייטאג ארויסגעשיקט א סטראשע מעסעדזש אז קאומי זאל זיך נישט וואגן צו רעדן צו די פרעסע. ״דזשעימס קאומי זאל בעסער האפן אז עס זענען נישטא קיין רעקארדירונגען פון מיינע שמועסן מיט אים״ - האט טראמפ געשריבן, און דעמאקראטן האבן גלייך אנגעהויבן פארפירן אז דאס צייגט אז טראמפ איז ממש א צווייטער ריטשארד ניקסאן - דער לעצטער פרעזידענט צו רעקארדירן געשפרעכן אינעם אוועל אפיס, און א גרופע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן געשיקט א פארלאנג צום ווייסן הויז אז אויב עס זענען טאקע דא אזעלכע רעקארדירונגען, קען דאס זיין פארבינדן צום רוסלאנד אויספארשונג און דעריבער מוז עס דאס ווייסע הויז ארויסגעבן פאר קאנגרעס.

דאנעלד טראמפ און דזשעימס קאומי
דאנעלד טראמפ און דזשעימס קאומי


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל