וואשינגטאן - א ״וואל סטריט זשורנאל״ באריכט האט פרייטאג נאכגעברענגט פון ווייסע הויז קוועלער אז טראמפ וויל פטור ווערן פון זיין יעצטיגן ווארטזאגער שאן ספייסער און האט שוין אנגעהויבן באטראכטן א ליסטע פון קאנדידאטן אים צו ערזעצן. דאס קומט נאכדעם וואס די ווייסע הויז קאמיוניקאציע און פרעסע גרופע האט גאר שלעכט באהאנדלט די סיטואציע נאכדעם וואס טראמפ האט ארויסגעווארפן דזשעימס קאומי פון די עף-בי-איי, נישט וויסנדיג געהעריג וואס צו ענטפערן פאר זשורנאליסטן איבער וואס ס׳האט געברענגט טראמפ צו מאכן דעם באשלוס.

טראמפ׳ס פלאן ארויסצואווארפן ספייסער און עטליכע אנדערע פרעסע פיגורן פון זיין אדמיניסטראציע, קומט אינאיינעם מיט עטליכע מעסעדזשעס אויף ״טוויטער״ וואס ער האט געשריבן פרייטאג, אריינגערעכנט אז ער קלערט אפצושטעלן די טעגליכע פרעסע קאנפערענצן אין ווייסן הויז, נאר מעגליך אפהאלטן איינס יעדע 2 וואכן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל