וואשינגטאן - די אמעריקאנער רעגירונג האט געמאלדן א שליכטונג מיט א רוסישע פינאנציעלע פירמע וועלכע איז אנגעקלאגט געווארן פאר׳ן העלפן אמעריקאנער ביזנעסלייט ״וואשן געלטער״ און זיך ארויסדרייען פון באצאלן שטייערן אויף אזויפיל ווי 230 מיליאן דאלער.

דער רוסישער ביזנעסמאן דעניס קאטסיעוו (Denis Katsyv) איז אויסגעשטאנען א גאר שווערן פראצעס איבער די קלאגעס וואס דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט האט געהאט ארויסגעשטעלט קעגן אים, וואס דאס ציהט זיך שוין דריי יאר, אבער ער האט מסכים געווען ענדליך זיך צו דערקלערן שולדיג, נאכדעם וואס א ריכטער האט פאריגע וואך געאורטיילט אז דער יוסטיץ דעפארטמענט מעג נוצן באווייזן קעגן קאטסיעוו פון אן אלטע קרימינאלע קעיס אין רוסלאנד, וואס וואלט באדייטעט אז קאטסיעוו וואלט זיכער פארלוירן דעם יעצטיגן קעיס. ער האט מסכים געווען צו באצאלן 6 מיליאן דאלער.

דעניס קאטסיעוו
דעניס קאטסיעוו


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל