שיקאגא - א שרעקעדיגע אינצידענט האט זיך אפגעשפילט נעכטן אין א שפיטאל נעבן שיקאגא, וואו א פארשוין האט גענומען א שפיטאל איינגעשטעלטן אלס משכון און די פאליציי זענען געווען געצווינגען צו שיסן דעם משכונות פארכאפער.

דער פארשוין איז געווען אן ארעסטאנט אין א שיקאגא טורמע, וועלכער איז געברענגט געווארן צום שפיטאל פאר באהאנדלונג פאר א כראנישע קראנקהייט, ווען פלוצלינג איז ער אויפגעשפרונגען און א כאפ געטאן דעם רעוואלווער פונעם פאליציי אפיציר וועלכער האט באוואכט דעם צימער, און מיטן רעוואלווער, האט ער געכאפט א שפיטאל איינגעשטעלטן און יענעם דערקלערט אלס זיין משכון. די פאליציי האבן פרובירט צו פארהאנדלען, אבער אנע ערפאלג, און האבן דעריבער געשאסן און אומגעברענגט דעם פארשוין. קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן אין לויף פון די דראמא.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל