נארט דעקאטע - שטייענדיג געציילטע וואכן נאכדעם וואס דער קאנטראווערסיאלער ״עקסעס אויל פייפליין״ אין נארט דעקאטע איז פארטיג געווארן, הערט מען א באריכט אז די לאקאלע עקאנאמיע האט באקומען א שטארקן פאראויסשטופ דערפון, און די סטעיט האט יעצט אן עקאנאמישער ״בום״ דערפון, מיט הונדערטער דזשאב פאזיציעס וועלכע שטייען ליידיג און ווארטן אז מענטשן זאלן זיי אקצעפטירן.

די נייעס קומט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט פערזענליך געגעבן זיין באשטעטיגונג צו ענדיגן דעם פייפליין, וועלכע אבאמא האט געהאט פארשלעפט, און טראמפ האט געזאגט אז עס וועט צוברענגען טויזנטער דזשאבס, וואס דאס שטעלט זיך טאקע יעצט ארויס אלס די רעאליטעט.

אויל ביזנעס ״בום״ אין נארט דעקאטע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל