אלבאני – א ניו יארקער ביזנעסמאן ביים נאמען הערי ווילסאן (Harry Wilson) האט געזאגט אז ער קלערט ערנסט פון לויפן פאר די פאזיציע פון ניו יארק גאווערנאר אין יאר 18', וואס באדייט אז ער וועט לויפן קעגן דעם אמטירנדן דעמאקראטישן גאווערנאר ענדרו קאומאו וועלכער האט שוין דערקלערט אז ער לויפט פאר ווידערוויילונג פאר א דריטן טערמין.

ווילסאן איז באקאנט אלס געלונגענער עקאנאמישער ראטגעבער און האט געדינט אויף פרעזידענט אבאמא'ס ספעציעלע קאמיסיע צו ראטעווען די אמעריקאנער אויטא אינדוסטריע, און ער האט די וואך אויפגעטרעטן ביי א פארזאמלונג פון די רעפובליקאנער פארטיי אין קווינס, וואו ער איז געווארן רעקלאמירט אלס מעגליכער גאווערנאר קאנדידאט.

דער דירעקטאר פון די דעמאקראטישע פארטיי אין ניו יארק סטעיט, בעיסיל סמיקעל, האט רעאגירט צו די נייעס מיט א געלעכטער, זאגנדיג אז ווילסאן איז סתם נאך א ביליאנער וועלכער וויל שניידן שטייערן פון די רייכע און שעדיגן די מיטל-קלאס.

הערי ווילסאן
הערי ווילסאן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל