ניו יארק – גאווערנאר ענדרו קאומאו און ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי האבן זיך פאראייניגט און געשיקט א בריוו צו די פירערשאפט פון די "עמטרעק" באן פירמע אז עמטרעק זאל אויפגעבן קאנטראל פון די "פען סטעישאן" טראנזיט סטאנציע אין ניו יארק סיטי.

"פען סטעישאן" ליידט פון ערנסטע סיסטעמאטישע פראבלעמען, סיי מיט די אלטקייט פון די שינעס און אנדערע איינריכטונגען, און סיי מיט די מענעדזשמענט, וואס ברענגט אז יעדן איינציגן טאג זאלן רייזנדע זיין געשטראנדעט פאר לאנגע שטונדן און רייזעס ווערן אפגעשטופט און געקענסלט נאכאנאנד.

עמטרעק'ס הויפט עקזעקיוטיוו וויק מורמאן האט געזאגט אז ער האלט אויך אז עמטרעק דארף אויפגעבן קאנטראל פון "פען סטעישאן", אבער ער וויל גרינדן א זייטיגע נייע פירמע וואס זאל דאס קאנטראלירן. קריסטי און קאומאו האבן אינעם בריוו געזאגט אז מורמאן דארף לאזן די 2 סטעיט רעגירונגען אליינס אויסוועלן א פריוואטע פירמע וואס זאל באקומען קאנטראל פון פען סטעישאן.

ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומאו און ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי
ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומאו און ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל