קאליפארניע – א טעכנאלאגיע פירמע האט ארויסגעגעבן אן אינטערעסאנטע שאצונג, וועלכע זאגט פאראויס אז אין יאר 030' וועלן מיליאנען אמעריקאנער וועלכע פארמאגן יעצט קארס, מער נישט האבן.

ריטינק-עקסדי "ריטינק-עקס" פירמע ברענגט ארויס אז מער און מער סטעיטס באשטעטיגן פערמיטס פאר דרייווערלאזע עלעקטערישע קארס ארומצופארן אויף זייערע שאסייען, א שטייגער ווי ניו יארק ווען גאווערנאר קאומאו האט אונטערגעשריבן א געזעץ צו ערלויבן פירמעס אויסצופרובירן דרייווערלאזע קארס אין די סטעיטס, און ווי מער דרייווערלאזע קארס עס וועלן זיין אויף די שאסייען, אלס מער וועלן מענטשן איינזען אז עס לוינט נישט צו זיין אן אייגענטומער פון א קאר, ווען מען דארף עס סייווי נישט אליינס דרייוון. די פירמע זאגט אז דעריבער וועלן אסאך מענטשן באשליסן צו נוצן אזעלכע סערוויסעס ווי "אובער", "ליפט" און ענליכעס, וואס שטעלן צו רייזעס ווי א טעקסי פירמע. "ריטינק-עקס" שאצט אז ביי יאר 030' וועט די צאל פאסאזשיר אויטאס אויף די שאסייען איבער'ן לאנד פאלן צו בלויז 44 מיליאן, וואס יעצט האלט עס ביי 247 מיליאן.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל