וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ און זיין אדמיניסטראציע האבן שטארק געברויזט אז די רוסישע רעגירונג האט פובליצירט בילדער פונעם באזוך וואס דער רוסישער אויסערן מיניסטער און רוסישער אמבאסאדאר האבן אפגעהאלטן מיטוואך אינעם אוועל אפיס אין ווייסן הויז, וואס ס'איז געווען אפגעשמועסט אז מ'וועט נישט ארויסגעבן די בילדער דערפון.

וועלנדיג נקמה נעמען אויף דעם וואס רוסלאנד האט געבראכן דעם אפמאך, האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעשטעלט אויף טוויטער א בילד וויאזוי ער טרעפט זיך מיט'ן אוקריינישן אמבאסאדאר אינעם אוועל אפיס, בלויז געציילטע שטונדן נאכ'ן זיך טרעפן מיט די רוסישע באאמטע.

רוסלאנד און אוקריינע זענען אויף מעסער שטעך, און טראמפ האט קלוג געטשעפעט רוסלאנד אז זיי זאלן זיך גארנישט שפירן "ספּעשעל" אז ער האט זיי אויפגענומען ווארעם און פריינטליך אין ווייסן הויז.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל