ניו יארקער פאליציי פירט איין ערשטע פאזע פון ״באדי-קאמערע״ פראגראם



די ניו יארק פאליציי דעפארטמענט האט היינט באנייעט די פראגראם אונטער וועלכע פאליציילייט וועלן טראגן א קאמערע אויף זייער קערפער ביים דינען אין אמט, א זאך וואס וועט פארמיידן פאליצייאישע ברוטאליטעט, און וועט גלייכצייטיג אויך קענען דינען אלס באווייז אין פאל מען באשולדיגט די פאליציי אין אומגעזעצליכע אויפפירונג, און גלייכצייטיג קען עס העלפן פארזיכערן די פאליציי אין פאל וואס זיי זענען אין א געפאר.

מעיאר די-בלאזיא האט שטארק אדוואקאטירט פאר דעם פראגראם ביי זיין קאמפיין, און האט פארפראכן צו אויסשטאטן די גאנצע אגענטור מיט די קאמערעס ביז צו די ענדע פון זיין טערמין. די ערשטע פריסקינט צו אנהייבן מיט׳ן פראגראם איז די דעפארטמענט וועלכע דינט די וואשינגטאן הייטס געגענט אין מאנהעטן, אין לויף פון די קומענדיגע וואך וועלן ארום 1200 פאליציאנטן באקומען די קאמערעס, און ביז ענדע יאר וועלן 5000 פאליציאנטן עס פארמאגן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל