דייטשלאנד וועט פארבאטן רעגירונג איינגעשטעלטע צו טראגן מוסלעמענער קאפ-צודעק

די דייטשע בונדסטאג, די נידריגע פארליאמענט הויז, האט איינגעשטימט צו ארויפברענגען א געזעץ וואס וועט פארבאטן פאר רעגירונג איינגעשטעלטע צו טראגן א פולע קאפ צודעק וואס דעקט צו די פנים, דאס נעמט אריין ריכטערינס, לערערינס, און דאס גלייכן.

דאס קומט נאכדעם וואס מיט עטליכע מאנאטן צוריק האט די קאנצלערין אנגעלע מערקעל געזאגט אז זי וואלט געוואלט אז אזא סארט קאפ צודעק זאל פארבאטן ווערן אין דיישטלאנד אויב עס איז מעגליך צו טרעפן א לעגאלע באזיס, אנגעבנדיג אז אזא סארט קאפ צודעק איז אין קעגנזאץ צו די דייטשע קולטור, און שטעלט אויך א זיכערהייט פראבלעם, וויבאלד עס קען ווערן מיסברויכט דורך פארברעכער צו זיך פארמאסקירן.

די טעמע איז גאר סענסעטיוו אין דייטשלאנד נאכדעם וואס דאס לאנד האט אין די לעצטע צוויי יאר אריינגענומען איבער א מיליאן פליטים פון מיטל מזרח, וואס די מערהייט דערפון זענען מוסלעמענער, א זאך וואס ברענגט אויפברויז ביי א גרויס טייל פון די דייטשע באפעלקערונג, און מערקעל שטייט אויס א ווידערערוועלונג פארמעסט אין 5 מאנאטן, און זי פארמעסט זיך מיט א פלייץ פון קריטיק פון די רעכטע לאגער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל