פרעזידענט טראמפ וועט מעגליך אנאנסירן דאס אריבערפירן די אמבאסאדע ביי זיין באזוך אין מדינת ישראל



קאנגרעסמאן רען דעסאנטיס פון פלארידע - א רעפובליקאנער וואס שטייט אין שפיץ פון די איבערזיכט קאמיטע אויף אמעריקאנער אמבאסאדעס איבער די וועלט - האט געזאגט פאר די פרעסע אז פרעזידענט טראמפ גרייט זיך ביי זיין בעפארשטייענדע באזוך אין מדינת ישראל צו אויספירן זיין צוזאג, און אנאנסירן אז אמעריקע טוט אריבערפירן איר אפיציעלע אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים, און אז זי אנערקעט אז ירושלים איז די אפיציעלע הויפטשטאט פון מדינת ישראל. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס רוסלאנד האט געמאלדן אז זי וועט אויך מעגליך אנערקענען ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל.

פרעזידענט טראמפ גרייט זיך אויך צו שטופן פאראויס א שלום פלאן, אין אן אינטערוויו וואס ער האט נעכטן געגעבן פאר די רויטערס נייעס אגענטור האט ער געזאגט ״עס איז נישטא קיין שום סיבה עס זאל נישט קענען זיין קיין שלום צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער״ און געזאגט אז ער איז אנטשלאסן צו שטופן פאראויס א שלום פלאן אינאיינעם מיט אנדערע מעסיגע אראבישע לענדער.

די באזוך וועט זיין דאס ערשטע אויסלענדישע אפיציעלע באזוך פונעם פרעזידענט, און וועט זיין אין די טעג וואס מדינת ישראל צייכנט אפ 50 יאר צו די באפרייאונג פון מזרח ירושלים, און א דעקלעראציע איבער די סטאטוס פון ירושלים וועט זיין א שטארקע סימבאלישע זיג פאר מדינת ישראל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל