פרעזידענט טראמפ וועט באזוכן מדינת ישראל אין עטליכע וואכן



אין מדינת ישראל קומט פאר העפטיגע צוגרייטונגען פאר א באזוך פון פרעזידענט דאנעלד טראמפ וואס וועט פארקומען ווארשיינליך ענדע מאי. די נייעס איבער די געפלאנטע באזוך איז נעכטן באקאנט געווארן צום ערשטן מאל, און עס זענען נאך נישט באקאנט די פולע דעטאלן, נאר אז עס וועט פארקומען ארום די זעלבע צייט ווי די נאט״א סאמיט אין בריסל אין וועלכע דער פרעזידענט איז ערווארטעט זיך צו באטייליגן. די סאמיט קומט פאר אין מאי 25, וואס מיינט אז די באזוך וועט פארקומען ארום 21 מאי.

די באזוך וועט זיין די ערשטע פרעזידענטליכע באזוך אין אויסלאנד זינט ער איז איינגעשוואוירן געווארן אין אמט, און ער וועט לויט די פלאן קומען אין באגלייטונג פון זיין ווייב, טאכטער און אידישער איידעם דשערעד קושנער, און וועט זיין אין לויף פון די פייערונגען וואס וועלן פארקומען אין מדינת ישראל צו אפצייכענען 50 יאר צו די באפרייאונג פון מזרח ירושלים.

לויט געוויסע קוועלער וועט פרעזידענט טראמפ אין לויף פון די באזוך מאכן אן אפיציעלע סטעיטמענט אין וועלכע ער וועט אנערקענען די הערשאפט פון מדינת ישראל אויף מזרח ירושלים, און אז דאס איז די הויפטשטאט פון מדינת ישראל. א דעקלעראציע וואס וועט קומען אנשטאט דאס אריבערפירן די אמבאסאדע קיין ירושלים.

פרעזידעט טראמפ איז ערווארטעט זיך צו טרעפן די וואך מיט׳ן פאלעסטינער פרעזידענט מוחמד עבאס, און וועט מיט אים דיסקוטירן דעם פאלעסטינער פראבלעם, און וועט מעגליך אויסנוצן די באזוך צו שטופן פאראויס א אפמאך צווישן מדינת ישראל און די מעסיגע אראבישע לענדער איבער די פאלעסטינער פראבלעם.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל