צוויי אמעריקאנער זעלנער אומגעקומען אין אפעראציע קעגן אייסיס





די פענטאגאן האט באשטעטיגן אז צוויי זעלנער זענען אומגעקומען אין לויף פון א אפעראציע קעגן אייסיס אין אפגאניסטאן, פריער דעם מאנאט.

איינער פון די זעלנער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס סארדשענט מארק דע-אלענקער, א 37 יעריגער קעמפער, און דער צווייטער אומגעקומענערס אידענטיטעט ווערט נאך געהאלטן אין געהיים ווילאנג אלע פאמיליע מיטגלידער ווערן אינפארמירט. א ווארטזאגער פאר די פענטאגאן האט געמאלדן איבער די נייעס זאגנדיג אז די קאמפ קעגן אייסיס אין אפגאניסטאן איז גאר קריטיק, און די מיליטער מאכט פארשריט. ער האט אויך געזאגט אז אין די אפעראציע זענען אומגעקומען 40 אייסיס טעראריסטן און 7 זענען געפאנגען געווארן לעבעדיג, עס ווערט געשאצט אז עס געפונען זיך נאך אין די געגענט צווישן 700 און 1400 אייסיס טעראריסטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל