טעראר אטאקע פארמיטן געווארן נעבן בריטישע פארליאמענט



א טעראר אטאקע איז פארמיטן געווארן אין לאנדאן ווען א טעראר פארדעכטיגטער פארשוין איז פארהאלטן געווארן דורך פאליציי וועלכע האבן געפונען ביי אים א מעסער.

פאליציי האט געזאגט אז די ארעסט איז געקומען אלס טייל פון א ברייטע שפיאנאזש אפעראציע, און דער פארשוין איז געווארן נאכגעפאלגט א שטיק צייט און די פאליציי האט פונקטליך געוויסט זיינע פלענער, און האבן פרובירט עס צו אויסנוצן אויף צו כאפן נאך מעגליכע פארבינדונגען.

די ארעסט איז געווען גאר פלינק און סוקסעספול און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, און דער טעראריסט איז אריינגענומען געווארן פאר אויספארשונגען.

די בריטישע פרעמיער מיניסטער האט אויסגעלויבט די בריטישע פאליציי וואס זינט די טעראר אטאקע פריער דעם מאנאט האבן זיי שטארק פארברייטערט זייער קאנטער טעראר אפעראציעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל