מדינת ישראל מיסיל שוץ סיסטעם שיסט אראפ סירישע דראון העכער צפת



א מדינת ישראל מיסיל האט אראפגעשאסן א דראון וואס איז געפלויגן אין צפון פון מדינת ישראל, לויט א אפיציעלע מעלדונג פון די מדינת ישראל פארטיידיגונג מיניסטעריום, אבער איינוואוינער אין די געגענט זאגן אז מען האט געהערט עטליכע מאכטפולע אויפרייסן וואס האט אויסגעזען ווי צוזאמענשטויסן פון סירישע מיסילס מיט די מדינת ישראל מיסיל שוץ סיסטעם (כִּפַּת בַּרְזֶל‎).

דאס קומט אין די זעלבע טאג וואס די מדינת ישראל מיליטער האט לויט באריכטן אטאקירט א וואפן מאגאזין נעבן א מיליטערישע לופטפעלד אין דמשק, עס איז די צווייטע מאל אין די לעצטע מאנאט וואס סיריע זוכט צו נקמה נעמען אויף מיליטערישע אנגרייפן אין איר טעראטאריע, און די אטאקע נעכטן נאכט איז שוין די זעקסטע אזא סארט אטאקע אין סירישע טעראטאריע ווארשיינליך דורך מדינת ישראל.

דער שפיאנאזש מיניסטער ישראל כץ האט רעאגירט אויף די מדינת ישראל אטאקע זאגנדיג אז ״מיר האבן א פאליסי אז סיי ווען וואפן ווערט אריבערגעפירט צו חיזבאלע וועלן מיר דאס אפשטעלן, און די היינטיגע אטאקע איז א טייל פון די סטראטעגיע״ טראץ וואס ער האט שפעטער צוריקגעצויגן פון אפיציעל באשטעטיגן אז מדינת ישראל איז געשטאנען אונטער די אטאקע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל