מדינת ישראל באמבאדירט לופטפעלד אין דמשק

אפיציעלע באריכטן אין די סירישע מידיע געבן אן איבער א פרישע מאסיווע אטאקע פון די מדינת ישראל מיליטער אויף א מיליטערישע לופטפעלד אין דמשק, לויט די באריכטן זענען די אטאקעס געווען געצילט קעגן א גרויסע ליפערונג פון אמוניציע און וואפן וואס איז געשיקט געווארן פון איראן פאר די טעראר גרופע חיזבאלע, אין די אטאקע איז געצילט געווארן א גרויסע מאגאזין ווי עס איז געווארן אפגעלאדנט די סחורה וואס זענען געקומען מיט פליגערס פון טעהראן.

די באמבאדירונגען זענען פארגעקומען אינמיטן די נאכט, און האבן געצילט די גאז סטאנציעס פונעם לופטפעלד וואס נעמט ארויס די לופטפעלד פון באנוץ, מדינת ישראל מיניסטארן האבן באשטעטיגט די אטאקע, און דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע וואכן האט מדינת ישראל דורכגעפירט עטליכע ענליכע אטאקעס, לויט מדינת ישראל האבן זיי א רויטע ליניע אז סיי וועלכע וואפן עס איז אויפ׳ן וועג צו חיזבאלע וועט עלימינירט ווערן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל