פליעט מיט אייער קאר, אין סלאוואקיי


סלאוואקיי – אז איר האט 1.3 מיליאן דאלאר, קענט איר פילייכט זיך איינשאפן א קאר-עראפלאן.

די סלאוואקישע עראו-מאביל פירמע האט די וואך ארויסגעלייגט צום פארקויף איר קאר-עראפלאן, גערופן דער עראו-מאביל. סתם אזוי איז עס א געהעריגע קאר, אבער מיט'ן דרוק פון א קנעפל שטרעקן זיך ארויס פליגלען דערפון. עס דויערט 3 מינוט עס צו טוישן פון א קאר צו אן עראפלאן און צוריק.

עס ווערט געטריבן דורך א הייבריד מאטאר וואס נוצט באטעריע און גאזאלין קראפט, און א פראפעלאר אין הונטערשטן טייל פונעם קאר-עראפלאן.

אין צוגאב צו די הויכע קאסטן, דארף מען האבן א פילאט לייסענס דערצו, און אויך פעלט זיך אויס א ראנוועי צו קענען נוצן דעם עראו-מאביל אלס פליגער.

עטליכע פירמעס ארבעטן אויף אנדערע קאר-עראפלאנען, וואס פונקציאנירן מער ווי העליקאפטערס און הייבן זיך גלייך פון דער ערד פארקירט צו דער לופטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל