נייע טעאריע איבער מאלאזיע פליגער


אויסטראליע – פרישע אנאליזן וואס מען האט דורכגעפירט צייגן, אז דער פארשוואונדענער מאלאזיע עירליינס פלייט 370 פליגער האט ווארשיינליך אראפגעקראכט אינעם אינדיען אקעאן ארויפציר, צפון צו, פונעם ארט וואו מען האט דאס ביז יעצט געזוכט.

די אויספירן זענען באזירט אויף דעם שטיק פונעם פליגל פונעם עראפלאן, וואס מען האט געפונען ארויפגעוואשן ביים פראנצויזישן רעיוניען אינזל, אינעם אינדיען אקעאן. מען האט געמאכט פראבעס מיט אן ענליכן שטיק פליגל פון א געהעריגן באואינג 777 עראפלאן, און מען האט דורך א קאמפיוטער אויסגערעכענט פארשידענע וועגן וויאזוי די כוואליעס האבן עס געקענט ארומטראגן אז עס זאל נאך כמעט א יאר צייט אנקומען צום רעיוניען אינזל. די פראבע האט געוויזן אז דער קראך איז פארגעקומען צפון פונעם ארט וואו מען האט געזוכט.

דאס קומט נאכדעם וואס אויסטראליע כינע און מאלאזיע האבן שוין געשפענדט 160 מיליאן דאלאר דורכצוזוכן 120,000 סקווער מייל פונעם גרונט פונעם אינדיען אקעאן מיט סאונאר מאשינען צו טרעפן דעם פארשוואונדענעם עראפלאן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל