סיטי באשטעטיגט שטייפערע בעד-באג געזעץ


ניו יארק - פון היינט און ווייטער, אויב וועט א דירה אין ניו יארק סיטי פארמאגן "בעד-באג" שרצים, וועלן טענענטס וויסן דערפון פון פאראויס. דאס איז דער רעזולטאט פון א נייעם געזעץ וואס דער ניו יארק סיטי קאונסיל האט באשטעטיגט. 

דער געזעץ, וועלכע איז באשטעטיגט געווארן מיט א מערהייט פון 44 צו 5, וועט פארלאנגען פון שטאטישע לענדלארדס צו דארפן פארעפנטליכן אלע בעד-באג אינפעסטאציעס אין זייערע געביידעס, דורך עס ארויסהענגען אין די לאביס אדער עס מיטטיילן מיט די ליעסעס. זיי וועלן אויך דארפן באריכטן די באגס צו דער שטאטישער האוזינג אגענטור, וועלכע וועט דאס פארעפנטליכן אויף זייער וועבזייטל. 

לויט'ן איצטיגן געזעץ האבן די לענדלארדס דאס בלויז געדארפט איינמעלדן פאר נייע טענענטס אבער נישט פאר קיין עקזיסטירנדע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל