די 355-שיף נעווי פלאטע


די געשאצטע פרייז פון בויען א 355-שיף נעווי פלאטע איז ביילייפיג $27 ביליאן פער יאהר פאר די קומענדיגע דרייסיג יאהר. לייגט צו באצאלן די שטאב און די קאסטן צו אפערירן די פלאטע, דארף עס אנקומען צו $102 ביליאן פער יאהר, לויט די אפשאצונג פון די סי.בי.או.

די קאסטן ווען אהערשטעלן א 60 פראצענטיגע העכערונג פון וויפיהל די נעווי האט געשפענדעט במשך די לעצטע דרייסיג יאהר, לויט די שטודיע ארויסגעגיבן דורך די קאָנגרעסיאנעלע בודזשעט אפיס.

די נעווי אויסברייטערונג איז ערשט אויפגעברענגט געווארן אין דעצעמבער. די קאנגרעס סוב-קאמיטע פאר ים-כוחות און פּראָדזשעקשאָן קרעפטן האט געגיבן דיאויפגאבע פאר די סי.בי.או. צו אהערשטעלן די אפשאצונגן פאר 15, 20, 25 אדער 30 יאהר.

פוריגע חודש האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אז נאך יאהרן פון ענדלאזע בוזשעט שניטן וואס האט אפגעשוואכט די מיליטערישע שטארקייט, האט ער גערופן פאר איינע פון די העכסטע שפענדינג העכערונגען אין די מיליטערישע היסטאריע.

"אין די שווערע צייטן, איז אונזער נעווי די קלענסטע זינט די ערשטע וועלט קריג," האט טראמפ געזאגט אין מאַרץ.

צו דערגרייכן דעם פלאן, וועט די נעווי דארפן קויפן 329 נייע שיפן איבער די קומענדיגע 30 יאהר.

"אויסער די קאסטן פון בוין די 329 נייע שיפן, וועט א גרעסערע פלאטע זיין טייערער צו פונקציאָנירן; מער שיפן מיינט מער מאטראזן; כדי צו אויפנעמען די פארמערטע מאטראזן, וועט מען דארפן צושטעלן מער ציווילע און מיליטערישע פערסאנאל אין אמעריקע זיי צו טרענירן און שטיצן; מערערע שיפן וועט פירן צו העכערע אויפהאלטונג קאסטן; די פארגרעסערטע מאסן שיפן וועלן שלינגן מער אויל און מאטעריאל, סיי ביים טרינירן און ווי אויך ביים פונקציאָנירן," האט די רעפארט געוויזן.

עס ווערט אויך אנגעווויזן אז די שיפּיאַרדן וועלן דארפן ווערן איבערגעמאכט צו אויפנעמען די מערערע שיפן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל