רעגירונג וועט אפשאפן פילע מאנומענטן


וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט די פעדעראלע אינערן דעפארטמענט דורכצופירן אן איבערזיכט אויך צענדליגער מיליאנען אקער לאנד און וואסער טעריטאריע וועלכע זענען אין די לעצטערע יארן דעזיגנירט געווארן אלס נאציאנאלע מאנומענטן, וואס באדייט אז מען קען אויף די טעריטאריעס נישט בויען און נישט דורכפירן קיין שום גראבונגען אדער אנדערע ארבעט, אריינגערעכנט עטליכע וואס אבאמא האט דעזיגנירט אלס נאציאנאלע מאנומענטן, פאר ענווייראמענטאלע אורזאכן.

טראמפ האט געזאגט אז די פעדעראלע רעגירונג האט נישט די אויטאריטעט געהאט צו דערקלערן די טעריטאריעס אלס נאציאנאלע מאנומענטן, וואס ווי עקאנאמיסטן זאגן מאכט דאס אוועקשטעלן אזויפיל טעריטאריעס אלס מאנומענטן אז מען זאל פארלירן פאטענציעלע רייכע אוצרות פון אונטערערדישע מינעראלן, א שטייגער ווי אויל און גאזאלין.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל