פרעזידענט טראמפ טרעט צוריק פון צוזאג צו אויפלעזן נאפט״א אפמאך



איינע פון די הויפט צוזאגן פון פרעזידענט טראמפ אין זיין קאמפיין איז געווען אז ער וועט עלימינירן די נאפט״א האנדלס אפמאך, א עקאנאמישע פאקט צווישן די לענדער אין צפון אמעריקע, די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדא און מעקסיקא. טראמפ האט אראפגעריסן קלינטאן אויף דעם וואס זי האט אויסגעדריקט שטיצע פאר דעם אפמאך, טראץ וואס זי האט אויך געזאגט אז מען דארף עס פאררעכטן, ער האט פולע מאל געזאגט אז ער וועט אין זיינע ערשטע טעג ״צורייסן נאפט״א אויף שטיקלעך״

אין זייין ערשטע טאג אין אמט האט ער אונטערגעשריבן א עקזעקיוטיווע באפעל צו אויפלעזן טי-פי-פי, אבער קאמפיין צוזאגן און פאקטישע פאליסיס זענען נישט אלעמאל דאס זעלבע, און דער פרעזידענט האט אין די לעצטע טעג סיגנאליזירט אז ער וועט לאזן נאפט״א אין קראפט נאר ענדערש אריינלייגן וויכטיגע טוישן.

פרעזידעט טראמפ האט געמאלדן איבער זיין נייע פאזיציע אין א קאנפערענץ טעלעפאן רוף מיט די פירער פון מעקסיקא און קאנאדע, און האט געזאגט אז ער איז גרייט צו פארהאנדלן פון פריש די דעטאלן פונעם אפמאך אבער דערווייל וועט ער לאזן אין קראפט די יעצטיגע רעגולאציעס. דאס קומט נאכדעם וואס אין לויף פון די לעצטע וואך האט דער פרעזידענט זיך געאמפערט מיט ביידע לענדער איבער האנדל געפעכטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל